ⓘ Free online encyclopedia. Did you know? page 129

נאפאלי

נאפאלי איז א שטאט אין דרום איטאליע וואס איז מער ווי 2500 יאר אלט. פון 1282 ביז 1816 איז זי געווען די הויפטשטאט פונעם קעניגרייך פון נאפאלי. היינט איז זי די צווייטע גרעסטע שטאט אין איטאליע מיט א באפעלקערונג פון 3.8 מיליאן מענטשן. דער מאכל פיצא שטאמ ...

פירענצע

פֿירענצע איז א שטאט אויפן ארנא טייך, און די הויפטשטאט פונעם טאסקאנער ראיאן אין איטאליע. פון 1865 ביז 1870 איז זי געווען די הויפטשטאט פונעם קעניגרייך פון איטאליע. די שטאט האט א באפעלקערונג פון 370.000 מענטשן. פירענצע איז געווען דער געבורטפלאץ פונע ...

דעלהי

דעלהי, ארויסגערעדט אין אינדיע דילי אדער דעהלי, איז די אפיציעל נאציאנאלע הויפטשטאט טעריטאריע פון דעלהי, איז דער גרעסטער מעטראפאלין לויט שטח און דער צווייטער גרעסטער לויט באפעלקערונג אין אינדיע, נאך מומביי. ער איז דער אכטער גרעסטער מעטראפאלין אין ד ...

מאסול

מאסול, איז א שטאט אין צפון איראק און די הויפטשטאט פון דער נינוה גובערניע, בערך 400 ק"מ צפון־מערב פון באגדאד. די שטאט איז געגרינדעט געווארן אויפן מערב ברעג פונעם חידקל, קעגנאיבער דער אוראלטער אשורישער שטאט נינוה אויפן מזרח ברעג, אבער היינט איז דער ...

באראנאוויטש

באַראַנאוויטש איז א שטאט אין בעלארוס אינעם בריסקער וואבלאסט, פלאצירט, 113 ק"מ צפון פון פינסק און 53 ק"מ דרום פון נאווהארדאק.

וויטעבסק

װיטעבסק איז אַ שטאָט אױף די ברעגן פֿון מערב-דװינע אינעם צפֿון-מזרחדיקן טײל פֿון װײַסרוסלאַנד. צום ערשטן מאָל איז זי דערמאָנט געװאָרן אין די היסטאָרישע דאָקומענטן אין 1021, אָבער איר אָפֿיציעל גרינדונגס-יאָר איז 974. במשך פֿון עטלעכע יאָרהונדערטער ...

לידא

לידא איז א שטאט אין הוראדנא וואבלאסט, מערב בעלארוס, 160 ק"מ מערב פון מינסק. זי איז די פערצנטע גרעסטע שטאט אין בעלארוס. צווישן די צוויי וועלט קריגן איז לידא געווען אין פוילן און האבן געוואוינט דארטן לערך טויזנט יידישע משפחות בעפאר די דייטשן זענען ...

מאזיר

מאזיר איז א שטאט אין האמעל פראווינץ פון בעלארוס אויפן פריפעט בערך 210 ק"מ מזרח פון פינסק, 77 ק"מ מערב פון האמעל און 100 ק"מ צפון־מערב פון טשערנאבל. די באפעלקערונג איז 112.500. מאזיר איז א צענטער פון נאפט ראפינירן, בויען מאשינען און עסן פראצעסירן ...

סלאנים

סלאנים איז א שטאט אין בעלארוס אינעם הוראדנער וואבלאסט און דער סלאנימער ראיאן, פלאצירט ביים קנופ פון די שטשארא און איסא טייכן, 143 ק"מ דרום-מזרח פון הוראדנא. אין 1995 איז די באפעלקערונג געווען 53.100.

סמארגאן

די שטאט האט געהערט צו פוילן ביז תרצ"ט ווען עס איז אריבער צום ראטן פארבאנד אינעם מאלאטאוו ריבענטראפ אפמאך. אין תש"א האבן עס די דייטשן איינגענומען און אויפגעשטעלט דארט א געטא.

ווילרייק

ווילרייק איז א דיסטריקט פון אנטווערפן אין דעם פלעמישע ראיאן פון בעלגיע. דער שטח איז 13.61 ק"מ 2. די באפעלקערונג איז 38.319 איינוואוינערס.

ברומאדא

ברומאַדאָ איז אַ שטאָט אין באַהיאַ, א מדינה אין צפון־מזרח בראזיל, 555 קילאָמעטער פון דער שטאַט הויפּטשטאָט, סאַלוואַדאָר. זייַן לאַנד שטח איז,2.207.612 קוואַדראַט קילאָמעטערס און געפינט אין דער הייך פון 454 מעטער. לויטן בראַזילישן אינסטיטוט פון ג ...

פאס דו איגוואסו

פֿאָס דו איגוואַסו איז אַ שטאָט אין דרום בראַזיל, לעבן דער גרענעץ מיט פּאַראַגווײ און אַרגענטינע. פֿאָס דו איגוואַסו איז באַקאַנט פאַר די װאַסערפאַל איגוואַסו װאָס ליגט אין דער געגנט. 25°33′S 54°35′W

טביליסי

טביליסי איז די הױפּטשטאָט און די גרעסטע שטאָט פֿון גרוזיע. בערך 1.50 מיליאָן פּערזאָנען ווױנען אין טביליסי היינט צוטאגס. די שטאט ליגט אויף די ברעגן פון דעם קוראַ טייך.

באן, דייטשלאנד

באן איז די 19טע גרעסטע שטאט אין דייטשלאנד און ליגט בערך 20 ק"מ דרום פון קעלן אויפן טייך ריין אין דעם פעדעראלן שטאַט פון נארד ריין-וועסטפאליע. פון 1949 ביז 1990 איז זי געווען די הויפטשטאט פון מערב דייטשלאנד און דאס רעגירונגס-ארט ביז 1999. פון 1998 ...

בערלין

בערלין איז די הױפּטשטאָט פֿון דײַטשלאַנד. מיט א באפעלקערונג פון 3.574.830, איז ער די גרעסטע שטאט אין דייטשלאנד און די צווייטע מערסטע באפעלקערסטע שטאט אין דעם אייראפעישן פארבאנד. ער געפינט זיך אין צפון־מזרח פון דייטשלאנד. אין בערלין פליסן די טייכן ...

געטינגען

געטינגען איז אַן אוניווערסיטעט שטאָט אין נידערזאַקסן, דייטשלאַנד, און די הויפּטשטאָט פון דעם געטינגען דיסטריקט. די באַפֿעלקערונג פון דער שטאָט איז בערך 117.000. דורך דער שטאָט פֿליסט דער טייך ליינע.

דיסבורג

דיסבורג איז א שטאט אין נארד ריין-וועסטפאליע, דייטשלאנד. דיסבורג האט דער וועלטס גרעסטן אינלענדישן האוון, און איז גאנץ נאנט צו דיסלדארף אינטערנאציאלן פליפעלד, אזוי איז עס געווארן א חשוב ארט פאר האנדל און שטאל פראדוקציע. מיט 495.668 איינוואוינער איז ...

זארבריקן

זאַרבריקן איז אַ שטאָט אין מערב-דײַטשלאַנד און די הױפּטשטאָט פֿון דער פּראָװינץ זאַרלאַנד. זאַרבריקן האָט אַ פּאָפּולאַציִע פֿון עפּעס 180.000 בירגער. זאַרבריקן ליגט לעבן דער פֿראַנצױזישער גרענעץ. דער נאָמען פֿון דער שטאָט שטאַמט פֿון דעם נאָמען ...

ניישטאט אן דער אײש

ניישטאט אַן דער אײש איז אַ שטאָט אין דרום דײטשלאַנד, אין דער געגנט פון פראַנקן. פון דאָרטן שטאַמט דער באַנקאַנטער אידישער פילאָלאָג און שרײבער אליהו בחור.

פיורדא

פֿיורדא, פֿירדאַ, פֿירט אָדער פֿירד איז אַ קלײנע שטאָט אין דרום דייטשלאנד אין דער פּראָװינץ בײַערן אין געגנט מיטלפֿראַנקען, נעבן נירנבערג. זינט דעם 16טן יאָרהונדערט איז געװען אין פֿיורדאַ אַ ייִדישע געמײנדע, ייִדישע דרוקערײען און האָט באַקומען דע ...

קארלסרוע

קארלסרוע איז א שטאט ביים ריין טײַך אין דרום-מערב דייטשלאנד, 71 ק"מ צפון-מערב פון שטוטגארט, 72 ק"מ דרום־מזרח פון שטראסבורג און 32 ק"מ דרום־מזרח פון באדען-באדען. זי איז די דריטע גרעסטע שטאט אין דעם דייטשן פֿעדעראלן שטאַט באַדן-װירטמבורג, און די 21ט ...

קעמניץ

קעמניץ איז א שטאט אין זאקסן, דייטשלאנד. די באפעלקערונג פון קעמניץ ציילט 248.020 מענטשן. זיין שטח נעמט אריין 220 קילאמעטער. קעמניץ איז די דריט גרעסטע שטאט אין זאקסן. ער הייסט נאך דעם קליינעם טייכל "קעמניץ" וועלכע פליסט דורך אין איר. אין מזרח דייטש ...

סטאמבול

סטאַמבול איז די גרעסטע שטאט אין טערקיי און די דריטע גרעסטע אין דער וועלט. די שטאט נעמט איין 27 דיסטריקטן פונעם סטאמבול פראווינץ. זי איז געבויט אויף זיבן בערג און געפֿינט זיך אויפן באספארוס דורכגאס און רינגלט ארום דעם נאטירלעכן האוון וואס איז באקא ...

ברין

ברין איז די צווייטע גרעסטע שטאט אין טשעכיי, פלאצירט אין דרום־מזרח פון לאנד. די שטאט איז געגרינדעט אין 1243. אום אויגוסט 2009 איז איר באפעלקערונג געווען 404.887. די שטאט ליגט ביים צוזאמענפלוס פון די סוויטאווע און סווראטקע טייכן.

טאקיא

טאקיא איז יאפאנס גרעסטע קנופ פאר באן, שאסייען און לופט טראנספארטאציע. פובליקע טראנספארטאציע איז בעיקר א ברייטע נעצווערק פון ריינער און עפֿעקטיווע באנען און אונטערגרונטן; אויך זענען דא אויטאבוסן און טראמווייען. טאקיא אינטערנאציאנאלער פליפארט האט מ ...

נאגאסאקי

נאַגאַסאַקי איז די הויפטשטאָט און גרעסטע שטאָט פֿון נאַגאַסאַקי פּרעפעקטורע אויפן אינזל קיושו אין יאפאן. זי איז געווארן דער איינציגער פארט גענוצט פאר האנדל מיט די פארטוגעזער און האלענדער פון דעם 16טן יארהונדערט ביזן 19טן יארהונדערט. טייל פון נאגא ...

קיאטא

קיאטא איז א שטאט אין דעם אינזל האנשו אין יאפאן, פאררעכנט דעם קולטורעלער צענטער פון לאנד. צווישן די יארן 794 - 1868 איז קיאטא געווען די הויפטשטאט פון יאפאן. די שטאט שליסט איין 11 פערטלען, און האט 1.5 מיליאן איינוואוינער.

באאבדע

באאבדע איז א שטאט אין לבנון, מיט א באפעלקערונג געשאצט אויף 2.500 איינוווינער. רוב מענטשן זענען מאראנען קריסטן, אויך שיאטן מוסלמענער און דרוזן. באאבדע דינט אלס געגנטליכע הויפטשטאט פאר מערב לבנון בארג. די שטאט געפונט אין מערב פון לבנון, דרום מזרח פ ...

זאכלא

זאכלא איז א שטאט אין לבנון, די זיבעטע גרעסטע שטאט, מיט א באפעלקערונג פון בערך 150.000 מענטשן, רוב פון זיי מאראנען. די שטאט געפונט זיך אויף דעם לבנון בארג. די הויכקייט איז 2.000 פיס העכערן ים פלאך, איבער די ווינטער איז די געגנט באשנייט, אין די זומ ...

צור

"צור" איז א שטאט אין לבנון, וואס געפונט זיך אויף די ברעגעס פון די מיטלענדישער ים. די פערטע גרעסטע שטאט אין לבנון, מיט א באפעלקערונג פון 120.000 איינוווינער, סמערהייט שיאטן מוסלמענער, אויך סוני, און קריסטן. די שטאט איז דערקלערט געווארן דורך די פאר ...

צידון

צידון איז די דריטע גרעסטע שטאט אין לבנון. עס געפונט זיך 40 קילאמעטער צפון פון צור, און 48 קילאמעטער דרום פון ביירוט. אויף די ברעגעס פון דעם מיטלענדישן ים. מיט א באפעלקערונג פון איבער 300.000 איינוווינער, א מערהייט זענען שיאטן מוסולמענער, און די א ...

בירזש

בירזש איז א שטאט אין צפון-מזרח ליטע אויפן ברעג פון די טייכן אפאשטשא און אגלואנא און לעבן דער סירואיניס אזערע, נישט ווייט פונעם גרענעץ מיט לעטלאנד, 42 ק"מ צפון פון קופישאק. אין די טייכן געפינען זיך פיר אינזלען; אויף איינעם פון האט מען געבויט א פאל ...

טראק

טראק איז א שטאָט אין ליטע, 28 ק"מ מערב פון ווילנע, און איז געווען די ערשטע הויפטשטאט פון דער ליטע. די שטאט געפינט זיך אויף א האלבאינזל און איז ארומגענומען מיט עטלעכע אזערעס. דייטשלאנד האט אנעקסירט ליטע ביי דער אפעראציע בארבאראסע. די נאציס האבן דע ...

מאראקעש

מאַראַקעש איז אַ מדבר־שטאָט אין דרום-מערב מאַראָקאָ צופֿוסנס די אַטלאַס בערג. די שטאָט ציילט אַ מיליאָן באוווינער רובֿ פון א בערבער אָפשטאַם. די שטאָט איז צעטיילט אין צוויי: די אַלטשטאָט און די ניישטאָט Ville Nouvelle אויך באקאנט ווי גיליז Gueliz ...

מעקנעס

מעקנעס איז א שטאט אין צפון מאראקא און די הויפטשטאט פון מעקנעס טאַפילאלאט. די שטאָט איז בערך 560 מעטער העכער דעם ים שטאַפּל, און בערך 120 קילאמעטער מזרח פון דער הויפּטשטאָט ראַבאַט.

סאלי

סאַלי איז אַ פּאָרט שטאָט אין צפון-מערב מאַראָקאָ. די באַפעלקערונג פון דער שטאָט איז פון 2010 אַרום 800.000. דער אור החיים הקדוש איז געבוירן געווארן אין סאלע.

קאסאבלאנקא

קאַסאַבלאַנקאַ אדער קאַזאַבלאַנקאַ איז א שטאָט אין מערב מאראקא, אויפן אטלאנטישן אקעאן. מיט 2.95 מיליאָן מענטשן צענזוס פון סעפטעמבער 2004, איז קאַסאַבלאַנקאַ די גרעסטע שטאָט אין מאָראָקאָ. קאַסאַבלאַנקאַ האט אַ מיטלענדישן קלימאַט מיט וואַרעמע טרוק ...

אבערדין

אַבערדין איז די דריטע מערסטע באפעלקערטע שטאט אין סקאטלאנד, מיט א געשאצטער באפעלקערונג פון 220.420. די שטאט געפינט זיך אין צפון־מזרח סקאטלאנד ביים צוזאמענפלוס ווי די און דאן טייכן פליסן אריין אין צפון ים. די שטאט האט א לאנגע זאמדיקע בארטן־ליניע. ד ...

גלאזגא

גלאַזגא איז די גרעסטע שטאט אין סקאטלאנד און די דריטע מערסטע באפעלקערטע אין דעם פאראייניגטן קעניגרייך. די שטאט געפינט זיך אויפן קלייד טייך אין דרום־מערב סקאטלאנד. גלאזגוי איז געוואקסן פון א קליינעם דארפישן יישוב אויפן קלייד טייך צו ווערן איינער פו ...

עדינבורג

עדינבורג אדער עדינבארא איז די הויפטשטאט און די צווייטע גרעסטע שטאט אין שאטלאנד. עדינבורג ליגט אויפן מזרח בארטן, וואו דער פארט טייך פליסט אריין אין צפון ים. דער צענטראלער טייל איז עדינבורג שלאס, אויפן שפיץ פון א שיפן בארג. טראנספארט צו עדינבורג אי ...

ליסטע פון שטעט און שטעטלעך אין פוילן

דער דאזיגער בלאט וועט זיין א רשימה פון אלע שטעט און שטעטלעך אין פוילן, אויך א טאבעלע פון די גרעסטע פוילישע שטעט. צום באמערקן, די פוילישע סיסטעם פון אדמיניסטראציע מאכט נישט קיין אונטערשיט צווישן שטעט און שטעטלעך. אום 1טן יאנואר 2009 זענען געווען א ...

אטוואצק

אטוואצק איז א שטאט אין צענטראלן פוילן, 24 ק"מ דרום־מזרח פון ווארשע. עס ליגט אויפן רעכטן ברעג פונעם ווייסל. זייט 1999 געפינט זיך די שטאט אין דער מאזאוויער וואויוואדעשאפט, און זי באדעקט א שטח פון 47 קוואדראט ק"מ. אין 2004 האט אטוואצק געהאט 42.765 א ...

אסטראווצע

אסטראווצע איז א שטאט אין דרום־צענטראל פוילן, 53 ק"מ מזרח פון קעלץ, מיט 74.211 איינוואוינער. איר הויפט אינדוסטריע איז די פאבריקאציע פון אייזן. די שטאט געפינט זיך אין שפיענטאקזשיסקי וואיעוואדעשאפט, פריער אין דער קעלצער וואיעוואדעשאפט. אין 1900 האבן ...

בריגעל

בריגעל איז א שטאט אין מערב גאליציע, היינט דרום פוילן, אין קליינפוילן פראווינץ, וואס געפֿינט זיך 50 ק"מ מזרח פון קראקע. זי איז די הויפטשאט פון בריגעל פאוויאט. אין 2004, איז איר באַפֿעלקערונג געווען 16.912. די שטאט איז געגרינדעט אין 1385.

ברעסלוי

ברעסלוי איז די צווייט רייכסטע שטאָט אין פוילן נאך ווארשע. עס ווערט גערעכענט אז 401 מיליאנערן וואוינען אין ברעסלוי, ד״ה פערזאנען וואס זייער יערליכע איינקומפט גייט אריבער 1 מיליאן PLN אין יאר 2014. ברעסלוי און דער געגנט פון אונטער-שלעזיע זענען נאנט ...

גריבאוו

גריבאוו איז א שטעטל אין גאליציע, היינט אין דער קליינפוילישער וואויוואדעשאפט פון פוילן, מיט 12.409 איינוואוינער. גריבאוו געפינט זיך 16 ק"מ מזרח פון צאנז און 43 ק"מ דרום פון טארנע. דער רינעק איז גאר שיף.

גריצע

גריצע איז א שטעטל אין פוילן, 42 ק"מ דרום פון ווארשע. עס איז די הויפטשטאט פונעם גריצער דיסטריקט, מאזאוויער וואיעוואדעשאפט, און זי באדעקט א שטח פון 8.52 קוואדראט ק"מ. אין 2004 האט גריצע געהאט 14.875 איינוואוינער.

יעדוואבנע

יעדוואבנע איז א שטעטל, נישט ווייט פון לאמזשע, פוילן. אין תק"ל איז געווען א שול אין יעדוואבנע. אין יולי 1941, האבן די פוילישע דורכגעפירט א בלוטיקע פאגראם, קעגן זייערע יידישע שכנים.

פויזן

דער ארטיקל דיסקוטירט די פוילישע שטאט. טאמער זוכט איר א געפערלעך כעמישע סובסטאנץ, זעט גיפט. פויזן איז א שטאט אין מערב פוילן, און די הויפטשטאט פון דער גרויספוילישער וואיעוואדעשאפט. אין פארגאנגענהייט איז די שטאט געווען א שווער קריגעריי פונקט צווישן ...