ⓘ Free online encyclopedia. Did you know? page 54

סאטמאר, רומעניע

דער ארטיקל דיסקוטירט די שטאט סאטמאר. טאמער זוכט איר דאס חסידות, זעט סאטמאר הויף. סאַטמאַר אדער סאַטמער איז אַ שטאָט אין זיבנבערגן, רומעניע.

סאכאטשאוו

סאכאטשאוו איז א שטאט וואס געפינט זיך אויפן ברעג פונעם טייך בזורא, בערך 60 קילאמעטער דרום־מערב פון ווארשע, די הויפטשטאט פון פוילן. סאטשאטשאוו איז די הויפטשטאט פון דער סאכאטשאווער קרייז. די שטאט האט א באפעלקערונג פון ארום 37.000 איינוואוינער.

סאמאטאר

סאָמאָטאָר איז א דארף אין דעם קאשויער ראיאן, סלאוואקיי, 11 ק"מ מזרח פון איהעל און 12 ק"מ מערב פון העלמעץ. בנוגע רבנישע אנלעגענהייטן האט דאס געהערט צו די גלילות פון העלמעץ. ביזן צווייטן וועלט קריג איז געווען אין סאמאטאר א יידישע געמיינדע, וואס די ...

סאמבאר

סאַמבאָר איז א שטאָט אויפן לינקן ברעג פונעם טייך נעסטער אין דער לעמבערגער גובערניע, מערב אוקראינע, נישט ווייט פונעם פוילישן גרענעץ. די שטאָט איז אן אייגענער באצירק אין דער גובערניע. פון 1772 ביז 1917 איז דער געגנט געווען אין מזרח גאליציע.

סאניק

דער ארטיקל דיסקוטירט דאס פוילישע שטעטל. טאמער זוכט איר דער פיקטיווער כאראקטער, זעט סאניק דער שטעכלער. סאָניק איז א שטעטל אין גאליציע, היינט פוילן. דאס שטעטל ליגט אויף א בערגל לעבן דעם טייך סאַן. אין יאר 2006 האט סאניק געהאט 39.481 איינוואוינער.

סאסנאווצע

סאסנאווצע איז א שטאט אין זאגלעמביע דאבראווסקיע, דרום פוילן, 65 ק"מ צפון־מזרח פון קראקע. זי באדעקט א שטח פון 91.06 קוואדראט ק"מ. אין 2009 האט סאסנאווצע געהאט 220.450 איינוואוינער.

סודילקאוו

סדילקאוו איז געווען א שטעטל אין אוקראינע, 80 ק"מ דרום-מזרח פון ראוונע, 5 ק"מ מזרח פון שעפעטיווקע. אין יאר 1900 האבן געוואוינט אין סודילקאוו 2713 יידן. היסטאריע פון סדילקאוו

סוואליאווע

סוואַליאַווע איז א שטאט אין קארפאטארוס 22 ק"מ מזרח פון מונקאטש. און שפעטער צווישן די צוויי וועלט קריגן איז דאס געוועזן טשעכאסלאוואקיי און היינט איז דאס אוקריינא

סטאמפארד היל

סטאמפארד היל איז א געגנט אין דער העקני באצירק אין לאנדאן. ער גרענעצט זיך מיט טאטנהעם אינעם באצירק הארינגיי, וואס א טייל פונעם טאטנהעם געגנט איז א גרויס חלק פון דער יידישער באפעלקערונג אינעם סטאמפארד היל פערטל. דער געגנט נעמט זיין נאמען פון דער הו ...

סטויפץ

סטויפץ אדער סטויבץ, אויסגערעדט ליטוויש ווי סטייפץ איז א שטעטל אין מינסקער גובערניע, בעלארוס, דער אדמיניסטראטיווער צענטער פונעם סטויפצער ראיאן. עס געפינט זיך ביים נעמאן טייך. די באפעלקערונג איז אומגעפער 15.400.

סטראפקאוו

סטראפקאוו איז אן עקאנאמישער, סאציאלער און קולטורעלער צענטער פון זעמפלין. ער איז געגרינדעט געווארן ביים לינקן ברעג פונעם אנדאווא טייך. ביזן ערשטן וועלט קריג איז סטראפקאוו געווען אין אונגארן.

סטרי

סטרי איז א שטאט אויפן לינקן ברעג פונעם סטרי טייך אין דער לעמבערגער גובערניע, מערב אוקראינע, צופוסנס די קארפאטן בערג. די שטאט איז אן אייגענער דיסטריקט אין דער גובערניע. פון 1772 ביז 1917 איז דער געגנט געווען אין מזרח גאליציע.

סטריזשעוו

סטריזשעוו איז א שטעטל אין דער אונטערקארפאטישע וואיעוואדעשאפט אין פוילן, 160 קילאמעטער דרום מזרח פון קראקע, 75 קילאמעטער מערב פון פשעמישל און 30 קילאמעטער דרום מערב פון דער וואיעוואדעשאפט הויפטשטאט ריישע. דאס שטעטל געפינט זיך אין דעם טאל פונעם טיי ...

סלאטפינא

סלאטפֿינאַ איז א שטעטל אין דעם קארפאטארוס טייל פון מארמאראש, היינט אוקראינע. ער געפינט זיך אויפן ברעג פונעם טיסא טייך, קעגן איבער סיגעט, רומעניע. אין 1877 האבן געוואוינט דארט 674 יידן. דער לעצטער רב פארן קריג איז געוועזן הרב חיים יצחק אייזיק האלב ...

סניאטין

סניאַטין, אדער סנעטין, איז א שטאט אין מזרח גאליציע, היינט א טייל פון אוקראינע, אויף דעם טייך פרוט, 32 ק״מ מערב פון טשערנאוויץ און 80 ק״מ דרום־מזרח פון סטאניסלאוו.‏ ער איז דער אדמיניסטראציע צענטער פון דעם סניאטינער ראיאן,סטאניסלאווער גובערניע. ביז ...

סעמיהאלי

סעמיהאַלי אדער סעמיהײַ איז געווען א דארף אין סאבאלטש דיסטריקט אין צפון־מזרח אונגארן. ער געפינט זיך 45 ק"מ מזרח פון מישקאלץ און 26 ק"מ מערב פון נירעדהאז. זייט 1952 איז דאס דארף א טייל פון דער שטאט טיסאוואשווארי. אין 1880 האבן געוואוינט אין דעם דאר ...

סענפעטער

אין די שפעטערע ת"ר יארן איז געוועזן דארטן רב הרה"ג ר משה חיים גרינפעלד. נאך דער צווייטער וועלט מלחמה האט מען אויפגענומען אלס רב זיין איידעם בזיווג ראשון הרב בנציון קאהן, מחבר פון שו"ת אבני ציון, קרבן ציון אויף מסכת מעילה און תורת ציון על התורה. 4 ...

סעקלהיד

סעקלהיד איז א שטאט אין קרייז ביהאר, אין מערב רומעניע. ביזן ערשטן וועלט קריג איז עס געווען אין אונגארן.

סקווירא

דער ארטיקל דיסקוטירט דאס שטעטל אין אוקראינע. טאמער זוכט איר דאס סקווערער חסידות, זעט סקווירא הויף. סקווירא איז א שטעטל אין קיעווער אבלאסט, צענטראלע אוקראינע. סקווירא האט א באפעלקערונג פון בערך 18.000 און א שטח פון 6.328 קוואדראט ק"מ.

עלקוש

עלקוש אדער עלקיש איז א שטאט אין דרום פוילן, 34 ק"מ דרום־מערב פון קראקע און 30 ק"מ מזרח פון בענדין. עס באדעקט א שטח פון 25.6 קוואדראט ק"מ. אין 2006 האט עלקוש געהאט 37.552 איינוואוינער. עלקוש איז די הויפטשטאט פונעם עלקושער דיסטריקט. די גרעסטע אינדו ...

ערלוי

ערלוי איז א שטאט אין העוועש מעדזשע, צפון אונגארן, 37 ק"מ דרום־מערב פון מישקאלץ. די משפחה פון רבי עקיבא אייגער האבן געוואוינט אין ערלוי. אין 1890 האבן געוואוינט 2.396 יידן אין ערלוי. עס האבן געוואוינט ארום 175 ארטאדאקסישע פאמיליעס בשעת דער נאצי של ...

פאוועליטש

פאַוועליטש איז א דארף אין זשיטאמירער גובערניע, אוקראינע, 21 ק"מ צפון־מערב פון סקווירא, 71 ק"מ דרום־מזרח פון זשיטאמיר און 100 ק"מ דרום־מערב פון קיעוו.

פאיע

פאיע איז א שטעטל אין דער סאַבאלטש-סאטמאר-בערעג מעדזשע פון אונגארן, אין די גלילות פון טשאטה, נעבן וויטקא און נאך אנדערע שטעטלעך, 45 ק"מ מזרח פון נירעדהאז.

פאלאנע

פאלאנע איז א שטאט אויפן טייך כאמארע אינעם כמעלניצקער גובערניע פון מערב אוקראינע. זי איז די הויפטשטאט פונעם פאלאנער ראיאן. די באפעלקערונג איז געשאצט אומגעפער 23.211 ווי אין 2001. פאלאנע געפינט זיך אויף דער is situated on the שעפעטיווקע-בערדיטשעוו ...

פאלטאווע

פאלטאַווע איז א שטאָט אין צענטראל־אוקראינע, דער אדמיניסטראטיווער צענטער פון דער פאלטאווער גובערניע און פונעם פאלטאווער ראיאן. עס געפינט זיך אויפן ווארסקלע טייך און אויף דער כארקאוו - קיעוו באן ליניע. די באפעלקערונג איז אומגעפער 296.760 אין 2013. ...

פאמארין

פאמאַרין איז א שטעטל אין אוקראינע, 19 ק"מ דרום פון זלאטשאוו און 48 ק"מ מערב פון טארנאפאל. ביז דער ערשטער וועלט מלחמה איז פאמארין געווען אין מזרח גאליציע. אין 1900 האבן געוואוינט דארט 1910 יידן.

פאנעוועזש

פּאָנעװעזש איז די פינפטע גרעסטע שטאט אין ליטע. ער האט א שטח פון בערך פופציג קוואדראט ק״מ און א באפעלקערונג איבער 119.000, מערסטנס ליטווינער. די שטאט ליגט אינעם פלוין פונעם טייך נעוועזש. דער נאמען פון דער שטאט באדייט "אוייפן נעוועזש". פאנעוועזש גע ...

פאפראד

פאפראַד איז א שטאט אויפן פאפראד טייך אין צפון סלאוואקיי אונטער די הויכע טאטרא בערג. ער איז די גרעסטע שטאט אין ספיש ראיאן, און די צענטע גרעסטע שטאט אין סלאוואקיי מיט 55.000 איינוואוינער.

פאקשיווניץ

פאקשיווניץ איז א שטעטל אין קאנגרעס פוילן נישט ווייט פון דעם ווייסל טייך, אקעגן איבער דזשיקאוו. דאס שטעטל געפינט זיך בערך 12 ק"מ דרום-מזרח פון קלימענטוב און 15 ק"מ דרום-מערב פון צויזמיר. אין יאר 1900 איז די יידישע באפערלקערונג פון פאקשיווניץ געווע ...

פילץ

פילץ ווערט ערשט דערמאנט אין אנהייב פונעם 12טן יארהונדערט. פילץ האט באקומען רעכטן פון א שטאָט אינמיטן דעם 16טן יארהונדערט. אין מיטן דעם 17טן יאָרהונדערט איז די שטאָט חרובֿ געוואָרן דורך די שוועדן. ביי דער צעטיילונג פון פוילן צום סוף פונעם 18טן יאר ...

פינטשאוו

פינטשאוו איז א שטעטל אין פוילן, 65 ק"מ דרום פון קעלץ. עס איז עטליכע מאל דארט געווען דער צוזאמענקום פון דעם וועד ארבע ארצות. אין סוף תרצ"ט האבן די דייטשער חרוב געמאכט די שטאט און אויסגעהרגעט אלע יידן. אויך דעם בית החיים האט מען פארטיליגט. סאיז נאך ...

פינסק

פינסק איז א שטאט אין בעלארוס אינעם בריסקער וואבלאסט, פלאצירט 160 ק״מ מזרח פון בריסק און 222 ק״מ דרום־מערב פון דער הויפטשטאט מינסק. געאגראפיש געפינט זיך די שטאט אין פאלעסיע, איינער פון די גרעסטער זומפ געגנטן אין אייראפע. די שטאט ליגט אויף די ברעגן ...

פיעטרקאוו

פיעטרקאוו אדער פעטריקאוו איז א שטאט אינעם צענטער פון פוילן, 42 ק"מ דרום פון לאדזש. עס באדעקט א שטח פון 67.27 קוואדראט ק"מ. אין 2011 האט פיעטרקאוו געהאט 76.717 איינוואוינער. פיעטרקאוו איז פון די אלטע פוילישע שטעט, און ווערט דערמאנט אין אפיציעל דאק ...

פלאצק

פלאצק איז א שטאָט אויפן ווייסל טייך אין צענטראל־פוילן. זייט 1999 געפינט זיך פלאצק אין דער מאזאוויער וואיעוואדעשאפט. פון 1079-1138 איז ער געווען די ערשטע הויפטשטאט פון פוילן. די ערשטע יידישע באוואוינער אין פלאצק זענען געקומען אינעם 14טן יארהונדערט ...

פעהעד-יארמוט

פֿעדער־יאַרמוט איז א שטעטל אין בעקעש גראפנשאפט, דרום-מזרח אונגארן, 55 ק"מ מערב פון גרויסווארדיין און 47 ק״מ צפון פון טשאבע. אין יאר תר"ם האבן געוואוינט דארטן 171 יידן, און אין יאר תר״ץ 230 יידן.‏ איידער דער צווייטער וועלט-מלחמה איז געווען אין פעד ...

פעטראוואסעלע

פעטראוואסעלע איז א גרויס דארף אינעם דרום באטשקע דיסטריקט פון סערביע, אין דעם אויטאנאמישן וואויוואדינא פראווינץ. רוב איינוואוינער פונעם דארף זענען אונגארישע. די באפעלקערונג איז 7.318 מענטשן. דאס דארף געפינט זיך אויפן רעכטן ברעג פונעם טיסא טייך. דע ...

פראג

50°05′N 14°25′E פּראָג טשעכיש: Praha איז די הויפטשטאט פון טשעכיי. זי געפינט זיך ביי דעם וולטאווא טייך מאלדוי אין צענטראל בעהמען. שוין העכער פון 1100 יאר איז פראג דער פאליטישער, קולטורעלער און עקאנאמישער צענטער פון טשעכיי. די שטאט גופא האט מער ווי ...

פראנקפורט

פֿראנקפֿורט אם מיין איז די גרעסטע שטאט אין העסע, דייטשלאנד, און די פינפטע גרעסטע שטאט אין דייטשלאנד, מיט א באפעלקערונג פון 687.775. די שטאט געפינט זיך אויף די ברעגן פונעם מיין, א בייטייך פונעם ריין. פראנקפורט איז דער פינאנציעלער צענטער פון דייטשל ...

פראסטיץ

פּראָסטיץ איז אַ שטאָט אין אָלמיצער ראיאן, מזרח טשעכיי, אינעם היסטאָרישן ראיאן מעהרן. פראסטיץ האט געהאט אַ גרויסע ייִדישע קהילה,‏, מיט חשובע רבנים ווי הרב מאיר אייזנשטאט, מחבר פון פנים מאירות, הרב יהונתן אייבעשיץ און הרב משה סופר, מחבר פון חתם סו ...

פריסטיק

פֿריסטיק איז א דארף אין סטריזשעווער גראפנשאפט, אונטערקארפאטישע וואיעוואדעשאפט, פוילן, 17 ק״מ צפון־מערב פון קראסנא. פריסטיק געפינט זיך נישט ווייט פונעם וויסלאק, א בייטייך פונעם סאן, אין דעם היסטארישן ראיאן קליינפוילן. צווישן די יארן 1772–1918 איז ...

פרעמישלאן

פרעמישלאן איז א שטעטל אין לוויווער אבלאסט אין אוקראינע. זיין באפעלקערונג איז 7.565. אין 1900 האבן געוואוינט אין פרעמישלאן 2.934 יידן.

צאנז

אין יאר 1298 ווערט נייסאנץ, דאס ערשטע מאל דערמאנט אין היסטארישע אקטן. אין יענעם יאר האט קעניג ווארצלאוו דער צווייטער פון בעמען, וואס האט דעמאלס געהערשט איבער פוילן, געגרינדערט די שטאט נאענט צום וואסער קאמיעניעץ, וואו עס האט זיך געפינען דאס דארף ק ...

ציעשינאוו

ציעשינאוו איז א שטעטל אין לובאטשאווער פאוויאט, אונטערקארפאטישע וואיעוואדעשאפט, פוילן. זי האט א באפעלקערונג פון 1.916. אין 1921 האבן געוואוינט 929 יידן אין ציעשינאוו.

ציריך

ציריך איז די גרעסטע שטאט אין דער שווייץ, און די הויפטשטאט פון דעם ציריך קאנטאן, מיט א באפעלקערונג פון 371.767 אין 2007, צווישן זיי בערך 6.500 יידן. ציריך איז דער הויפט האנדל צענטער פון דער שווייץ.

קאברין

קאברין איז א שטאט אין בריסקער גובערניע, דרום־מערב בעלארוס, ביים צוזאמענפלוס פונעם מוכאוועץ טייך מיטן דניפער-בוג קאנאל. די שטאט געפינט זיך 47 ק"מ מזרח פון בריסק, 42 ק"מ מערב פון קאמעניץ". ער האט א באפעלקערונג פון בערך 51.000. די שטאט איז געגרינדער ...

קאוולע

קאוולע איז א שטאט אין וואהלינער גובערניע, אין צפון־מערב אוקראינע, 68 ק"מ צפון־מערב פון לוצק און 120 ק"מ דרום־מזרח פון בריסק. די שטאט איז דער אדמינסטראטיווער צענטער פונעם קאוולער ראיאן. די באפעלקערונג איז 68.912 אין 2013.

קאוונע

קאוונע איז די צווייטע גרעסטע שטאט אין דער ליטע און אן אמאליקע הויפטשטאט. מען קען צוקומען קיין קאוונע דורך דער וויאַ באַלטיקאַ אויטאסטראדא און דער ווילנא-מעמל שאסיי. קאוונע געפינט זיך ביים צוזאמענפלייץ פון די צוויי גרעסטע טייכן אין דער ליטע, דער נ ...

קאזשניץ

קאזשניץ איז א שטעטל אין צענטראל פוילן מיט 21.500 איינוואוינער. עס איז די הויפטשטאט פון קאזשניצער פאוויאט.

קאטאוויץ

קאַטאוויץ איז א שטאט אין שלעזיע אין דרום פוילן, אויף די קלאדניץ און ראווע טייכן. קאטאוויץ געפינט זיך אין די שלעזישע הויכלענדער, אומגעפער 50 ק"מ צפון פון די שלעזישע בעסקידן.

קאלאמיי

קאלאמיי איז א שטאט אויפן פרוט טייך אין דער סטאניסלאווער גובערניע אין מערב אוקראינע, 51 קילאמעטער דרום פון סטאניסלאוו און 70 קילאמעטער מערב פון טשערנאוויץ. נאכן שפאלטן פון פוילן ביזן ערשטן וועלט קריג איז דאס געווען אין מזרח גאליציע. קארל דער ערשטע ...