ⓘ אהוד ברק

                                     

ⓘ אהוד ברק

אהוד ברק איז געווען דער 10טער פרעמיער מיניסטער פון מדינת ישראל. די אינטיפאדא און דאס ארויסציען זיך פון לבנון זענען געווען אין זיינע יארן. דערנאך איז ער געווען דער אנפירער פון דער ארבעטער פארטיי, און פארטיידיגונגס מיניסטער אין דער קאליציע פון בנימין נתניהו. אין זיינע יארן ווי פארטיידיקונג מיניסטער האט מען אויסגעפירט די ווארעמער ווינטער אפעראציע, די געגאסענע בליי אפעראציע און די עמוד ענן אפעראציע. ער האט זיך אפגעזאגט פון פאליטיק י"ב כסלו תשע"ג.

                                     

1. לעבנסגעשיכטע

אהוד ברק איז געבוירן געווארן אהוד בראג אין 1942.

פון 1991 ביז 1995, איז ער געווען דער 14טער שעף פון גענעראל שטאב פון צה"ל.

נאכן אפטרעטן פון אמט וועלנדיג צוריק גיין צו ביזנעס האט אים ראבין גענומען אלס אינערן מיניסטער, נאכן אטענטאט אויף רבין איז ער געווארן אויסערן מיניסטער, 1996 איז ער געווארן א כנסת דעפוטאט פון עבודה פארטיי און אין יוני 1997 איז ער ערוועלט געווארן דער פירער פון עבודה פארטיי.

אין 1999 איז ער געלאפן פאר פרעמיער מיניסטער און געווינען מיט 56% קעגען בנימין נתניהו.

אין 2001 ווען ער האט שוין נישט געהאט די קאאליציע אין רוב האבן געוואלט פריע וואלן האט ער אפגעטראטן און פאר רופן ספעציעלע וואלן פאר פרעמיער מיניסטער, ער האט פארלוירן קעגן אריאל שרון געבענדיג שרון א 62% אין די וואלן.

וואס האט צוגעברענגט צו זיין פארלירן קאאליציע און פרעמיער מיניסטער אמט איז די קעמפ דייוויד שלום אפמאך און די נאכפאלגענדע אינטיפאדא, מיט די דורכגעפאלענע שלום מיט סיריע.

                                     

2. זיין אגענדע

ער איז געווען גרייט זיך צוריקצוציען צו די גרענעצן פון התשכ"ז 1967, אפגעבן סיריע דעם גולן, און פארגעשלאגן אראפאטן 97% פון די שטחים, און די אלטע שטאט פון ירושלים און שותפות אויפן הר הבית.

זיין פאליטישן אנזען אין ישראל איז זייער נידריק, און ביי די וואלן פון 2009 האט די ארבעטער פארטיי געליטן א גרויסע נידערלאגע, די נידריקסטע וואס די אלטע גרויסע פארטיי זאל נאר האבן געפאלן.

נאך א סקאנדאל אין גענעראל שטאב אין יאר 2010, האט ברק באשטעטיקט יואב גאלאנט, צו פארטרעטן גבי אשכנזי, ווען זיין טערמין וועט אפלויפן אנהייב יאר 2011. די סקאנדאל וועלכע ווערט גערופן אין ישראל, די גאלאנט דאקומענט, איז א פלאן וואס פרובירט אריינצושטעלן גאלאנט, אלס שעף פון גענעראל שטאב פון צה"ל, דורך פאליטישע מאנוווערן, און האט אויפגעשטורעמט די מאסן אין ישראל.

                                     
  • אהוד א למערט העברעי ש: אהוד אולמרט געב דעם 30סטן סעפטעמבער 1945, כ ג תשרי ה תש ו האט געדינט אלס דער 12טער פרעמיער מיניסטער פון מדינת ישראל פון 2006
  • זיכערהייטס מיניסטער, ווי דוד בן - גוריון, לוי אשכול, מנחם בעגין, יצחק רבין, אהוד ברק אין ישראל געווענליך איז דער זיכערהייטס מיניסטער, איינער וואס איז געווען
  • ענגלישער ביאלאג, האט אויסגעטראכט די טעאריע פון עוואלוציע געש 1882 1942 - אהוד ברק שעף פון גענעראל שטאב, פארטיידיקונגס מיניסטער און פרעמיער מיניסטער פון
  • ישראל: אפרים קציר, יצחק נבון, משה קצב פרעמיער מיניסטארן פון ישראל: אהוד ברק אריאל שרון, אהוד אלמערט כנסת דעפוטאטן: יעל דיין, אביגדור ליבערמאן, זאב עלקין, יעקב
  • קאדענציע, פון בנימין נתניהו, אלס פרעמיער מיניסטער, אבער קורץ דערויף, האט אהוד ברק געווינען אין די וואלן 1999. און מופז האט פארגעברייט, דעם ריקצוג פון צה ל
  • געפאנגענעם זעלנער גלעד שליט וואס כאמאס האבן אים געכאפט דעם 25טן יוני 2006. אהוד ברק וועלכע דינט אלס זיכערהייטס מיניסטער, האט נאך א סקאנדאל וואס האט אויפגערודערט
  • גור 1974 78 רפאל איתן 1978 83 משה לוי 1983 87 דן שומרון 1987 91 אהוד ברק 1991 95 אמנון ליפקין - שחק 1995 1998 שאול מופז 1998 2002 משה יעלון
  • אויף דער שפ יץ פון דער רשימה איז מרצ פארזיצער ניצן הורוויץ, און זיין פירערשא פט שותפים זענען מ.ק. שא פיר און געוועזענער פרעמיער מיניסטער אהוד ברק
  • און אין 2000 האט ביל קלינטאן אהנגעפירט געשפרעכען אין קעמפ דעוויד צווישען אהוד ברק און יאסיר אראפאט וואס האט זיך מיט גארנישט אויסגעלאזט די ווייסע הויז עיר
  • איז נאכדעם געווען פירער פון ליכוד און ווען ער האט פארלוירן די וואלן צו אהוד ברק אין יאר 1999 האט ער רעזיגנירט און אריק שרון האט אים איבערגענומען און דערנאך