ⓘ בית וגן

                                     

ⓘ בית וגן

בית וגן איז א געגנט אין מערב ירושלים. די ארומיגע געגנטן זענען רמת בית הכרם, רמת שרת, גבעת מרדכי און קריית יובל.

געגרינדעט אין 1921 אין דער צייט פון דעם בריטישן מאנדאט אלס איינער פון די זעקס גאָרטן־געגנטן. סאיז דעמאלסט געווען דער העכסטער פלאץ אין ירושלים, לעבן הר הרצל, און וועגען דעם איז דא אינמיטן געגנט א רעזערוו פון וואסער. די הויפט גאס איז "רחוב הפסגה", וואס איז געווען די העכסטע גאס אין ירושלים, ביז די אויפבוי פון דער גילה געגנט.

היינט זענען רוב איינוואוינער פרומע חרדישע אידן, אשכנזישע ספרדישע צוגלייך, דארט איז דא אסאך בתי מדרשים און ישיבות, ווי קול תורה, ישיבת עטרת ישראל, ישיבת הר המור און ישיבת נתיב מאיר און אויך בית מדרש גבוה פאר דיינות מכון הארי פישל. אזוי אויך איז דא דארט אסאך מוסדות פאר לערנונגען ווי אולפנת חורב, מכללה ירושלים, תיכון הימלפרב, מכון לב און נאך. דער באקאנטער שערי צדק שפיטאל איז ביי דער צפון זייט פון דער געגנט.

אזוי ווי די געגנט איז די העכסטע איז עס די קעלטסטע און מערסט-ווינטיג און די אזוי קאלטע ווינטער נעכט אין ירושלים. אויך צוליב דער הויך האט מען געבויט אין בית וגן דער שטאטישער רעזערווואר פון ירושלים, דער גרעזטער באדעקטער רעזערווואר אין גאנץ ישראל.

די דירות זענען טייער צוליב די נאכפראגע פון די עולים מערסטנס פון אמעריקע און פראנקרייך.

                                     
  • יפה נוף און יער ירושלים, פון דרום הר הרצל אין שפיטאל שערי צדק און שכונת בית וגן און פון מזרח איז גבעת רם. די געגנט איז איינע פון די זעקס גארטן - געגנטן
  • שמואל הנביא צו מערב, בית ישראל צו דרום, און שאסיי 1 און שייך דזשאראך צו מזרח. מיסדים פון ארזי הבירה ח כ הרב אברהם ראוויץ פון בית וגן ירושלים מיט הרב יוסף
  • רמת דניה איז א געגנט אין דרום מערב ירושלים, נאנט צו בית וגן קריית יובל, און רמת שרת. אויפגעבויט אין יאר 1966, און רוב איינוווינער זענען וועלטלעכע, דאקטוירים
  • קול יעקב איז א ישיבה גדולה ווא ס געפינט זיך אין בית וגן געגנט אין ירושלים. אין דער ישיבה לערנען 250 תלמידים. דער ראש ישיבה איז רבי יהודה עדס. און משגיח
  • יוסף גאולה ירושלים. הרב יהודה עדס - האט אויפגעשטלעט די קול יעקב ישיבה אין בית וגן ירושלים, אויף זיין נאמען. הרב יצחק הדס - מפקח אין משרד החינוך. הרב דניאל
  • כ ד תשרי תשפ א איז געווען ראש ישיבה פון דער קול תורה ישיבה קטנה אין בית וגן ירושלים. יחזקאל קארען איז געבוירן געווארן יחזקאל כהן אין סונדערלאנד, ענגלאנד
  • קול תורה איז א ליטווישע ישיבה וואס געפינט זיך אינעם בית וגן געגנט אין ירושלים, דער היינטיקער ראש ישיבה איז הרב משה יהודה שלעזינגער, זון של הרב יחיאל מיכל
  • ספרים. ער איס געבוירן געווארן צו רבי יהודה עדס ראש ישיבה פון קול יעקב אין בית וגן ירושלים, און רביצין רחל עדס געבוירן כהן און אן אייניקל פון רבי יעקב
  • און מאראקעש אין מאראקא. נאכן אימיגרירן קיין ישראל איז ער געווען רב אין בית וגן ירושלים. נהגו העם מנהגים, דינים ותקנות פון קהילת צפרו. נתן דוד שו ת