ⓘ ישראל באנען

                                     

ⓘ ישראל באנען

ישראל באנען איז דער נאמען פון דער געזעלשאפט וואס געהערט דער רעגירונג פון ישראל פאראנטווארטלעך פאר אלע באנען פארקער, סיי פּאַסאַזשירן סיי פֿראַכט, אין דעם לאנד. די רעלסן זענען אויפן סטאנדארטן אפשטאנד. דער באן נעצווערק איז באזירט אינעם פלוין נעבן ים, וווּ די ליניעס שטראלן אויס פון תל אביב. די באנען פארן אויף די לינקע רעלסן.

דער אלגעמיינער פארוואלטער איז יצחק הראל.

                                     

1. היסטאריע

די ערשטע באן איז געווען פון יפו קיין ירושלים וואס מהאט געעפֿנט אין 1892 אונטער דער הערשאפֿט פון דער אטאמאנישער אימפעריע.

אין די יארן פון 1948 ביז 2003 זענען די באנען געווען אן אפטיילונג פון דער טראנספארט ביורא פון דער רעגירונג. אין 2003 איז ישראל באנען העברעיִש: רכבת ישראל אויפֿגעשטעלט געווארן אלס א פריוואטע פֿירמע.

די באן וואס פלעגט פארן פון חיפה דורך עפולה, אריבער צו יארדאניע, איז געווען זייער א באוואוסטע באן. די ליניע האט געהאט אכט סטאנציעס, ביז זי איז אריבער די גרעניץ, און האט פונקציאנירט ביז 1946, דער נאמען פון דער ליניע איז געווען "די טאל באן", די בריק וואס איז אריבער דעם ירדן טייך, צו דער אנדערער זייט גרעניץ, איז אויפגעריסן געווארן דורכן פלמ"ח, אויף דער באוואוסטער בריקן נאכט, וואס האט איזאלירט דאס לאנד, פון די ארומיקע אראבישע לענדער.

כ"ה תמוז תשע"ב האט מען געעפנט די פארטאפלטע באן ליניע פון תל אביב קיין באר שבע; מיט דעם איז פארקירצט געווארן די פאר צייט פון תל אביב קיין קרית גת און באר שבע.‏

                                     

2. היינט

ריכטיג פארן סוף פון 2012, פירט ישראל באנען טאג טעגלעך עטלעכע 400 באנען פֿאר פּאַסאַזשירן, מיט 57 טויזנט זיצפלעצער.

40 מיליאן פּאַסאַזשירן פארן מיט ישראל באנען צווישן 53 באן־סטאנציעס.

                                     

3.1. ליניעס אייזנבאנען

פון תל-אביב, איין באן ליניע באציט זיך צו צפון לעבן דעם ים, ביז חיפה, די קריות און נהריה, מיט א צווייג קיין כרמיאל. צו דרום איז דא א באן ליניע ביז באר שבע, מיט א נייע זייטן-ליניע פון באר שבע צפון באן סטאנציע קיין דימונה, געעפנט אין דעצעמבער 2005. מען פלאנירט פארלענגערן די ליניע פון דימונה ביז אילת.

אין 2016 האט מען געעפנט א נייע אייזנבאן פון תל אביב אדורך בת ים אויפן אילון שאסיי דרום קיין אשדוד און אשקלון, דערנאך נתיבות, שדרות און אופקים קיין באר שבע.

אין 2017 האט מען געעפנט די באנייטע יזרעאל טאל באן ביז עפולה, און בית שאן.

                                     

3.2. ליניעס פלענער צו פארברייטערן

עס זענען פארהאן אסאך פלענער, פון פארברייטערן די נעצווערק. איינער איז בויען א געהעריקע גליל באן ליניע, וואס וועט פארן אינעם חולה טאל ביז קיין קרית שמונה. טייל פון דער ליניע, פון די קריות ביז כרמיאל, האט זיך געעפנט אין סעפטעמבער 2017.

די ירושלים תל אביב שנעלצוג, וואס די רייזע וועט דויערן ווייניגער פון א האלבער שעה, איז איינע פון די פראיעקטן וואס די ישראל באנען, איז געבליבן שטעקן אינדערמיט, און עס איז נישט געמאכט געווארן צופיל פארשריט, אין די לעצטע פאר יאר, יעצט לויטן פלאן וועט עס פארענדיקט ווערן ביזן יאר 2019. יעצט איז די ליניע טיילווייז אפן און לויפט צווישן בן גוריון פליפעלד קיין ירושלים, ווען דורכאויס 2019 וועט די ליניע ווערן פולקאם עלעקטעריזירט ביז קיין תל אביב און מעגליך ביז הרצליה. ווי אויך איז פלאנירט די פארבינדונג צווישן ירושלים און מודיעין אויפן עלעקטעריזטן באן ליניע, קאנסטרוקציע פארן פארבינדונג און דער קנופ ווערן אצינד געמאכט, און וועט פארענדיגט ווערן אין 2020. לויט ישראל באנען אפשאצונג וועט די רייזע דויערן זיבעצן מינוט.

אויפשטעלן א רינג אין צפון גוש דן, וואס וועט פארבונדן רעננה מיט הרצליה, דורכאויס יאר 2019

איבערפרישן און פארברייטערן די מזרח ליניע, וואס לויפט פון לוד, ביזן אלטן מזרח חדרה באן סטאנציע, און אזוי ארום לינדערן די באן פארקער אויפן בארטן ליניע. סטאנציעס וואס וועלן ווידעראמאל אנהייבן צו ווערן באנוצט, איז תעופה, אלעד, ראש העין דרום, ווי אויך דער עקזיסטירענדע צפון, נייע סטאנציעס וועלן געבויט ווערן נעבן די צוויי אראבישע שטעט טייבע און טירא, ווי אויך אחיטוב ביז קיין חדרה מזרח, וואו א קנופ וועט פארבינדן די ליניע צו דער בארטן ליניע צווישן חדרה און חיפה.

פון דער מזרח ליניע וועט צוגעבויט ווערן רעלסן דורך חריש ביז קיין עפולה באן סטאנציע, מיינונגס פארשידענהייטן איבער דער רוטע עקזיסטירן צוליב א בערגיגע און געדיכט באוווינטער אראבישער שטאט אום על פאכעם וועלכע געפונט זיך דירעקט אינמיטן וועג צווישן עפולה און חדרה. דעריבער ווערן געפלאנט אנדערע רוטעס און אומוועגן, אויסצומיידן דאס גראבן טיפע טונעלן ווען די אלטערנאטיוון זענען פיל מער צוגענגליך.

פון עפולה באן סטאנציע איז פלאנירט א פארבינדונג צו טבריה, וואס וועט האבן א סטאנציע אינעם שטעטל כפר תבור, צוליב דעם וואס א רעגלמעסיגע באן איז שווערער אין באוועגונג, ווערט אויך באטראכט די מעגליכקייט צו בויען א לייכטע באן אנשטאט, וועלכע קען אריינפארן אין מערערע דערפער און שטעטלעך אויפן וועג. די סטאנציע אין טבריה איז פלאנירט צו זיין נאנט צום פוריה שפיטאל אויפן בארג, וויבאלד א רעגלמעסיגע באן קען נישט אראפפארן דעם טאל ביי אזא דראסטישע שיפקייט, אוואו דער שטאט צענטער געפונט זיך.

גלייכצייטיג ווערן פלאנירט פרישע רעלסן אין נגב, די דימונה באן סטאנציע וועט זיך רוקן מיט א צוויי קילאמעטער אריין אין שטאט און די רעלסן וועלן אויסגעברייטערט ווערן ביז קיין ירוחם. ווי אויך איז פלאנירט צו בויען א ליניע וועלכע וועט פארבינדן די שטאט ערד קיין באר שבע, מיט א סטאנציע אין נבטים א מעגליכע צוקונפטיגער אינטערנאציאנאלער פליפעלד און אצינד א מיליטערישע באזע און פליפעלד פאר די לופט קרעפטן און די בעדואינער שטאט קסייפע.

                                     
  • 8111917 N 35.0067111 E 32.8111917 35.0067111 ישראל באנען מוזיי איז דער נאציאנאלע בא ן מוזיי אין ישראל דער מוזיי געפינט זיך אין דער אמאליגער חיפה מזרח
  • עכו באן סטאנציע איז א באן סטאנציע פון ישראל באנען וואס באדינט די שטאט עכו און די געגנט פון מערב גליל. די סטאנציע געפ ינט זיך אין מזרח פון דער שטאט עכו
  • איז די ישראל באנען מזרח סוף סטאנציע אויף דער טא ל ליניע, וואס באדינט די שטאט בית שאן. די סטאנציע האט געעפנט חול המועד סוכות תשע ז. ישראל באנען בית שאן
  • דימונה באן סטאנציע איז א ישראל באנען סוף סטאנציע אין דימונה אויף דער פאסאזשירן רוטע פון דימונה קיין באר שבע. די אייזנבאן ליניע ציט זיך ווייטער ביז בארג
  • ישראל באנען די פאלגנדע פלענער זענען דא צו בויען לייכטע באנען אין ישראל ירושלים לייכטע באנען תל אביב לייכטע באן כרמיאל עכו לייכטע באן ליניע אין ישראל
  • בית יהושע בא ן סטא נציע איז א ישראל באנען סטאנציע אין דער מערב זייט פון בית יהושע, לעבן שאסיי 553. מ האט געעפנט די סטאנציע אין מיי 1953. יעדע שעה אין
  • קרית חיים באן סטאנציע איז א ישראל באנען פאסאזשירן באן סטאנציע וואס באדינט דעם קרית חיים געגנט פון חיפה. די סטאנציע געפינט זיך אויף דער צפון - דרום בארטן
  • א ישראל באנען סטאנציע פאר פאסאזשירן וואס באדינט די שטאט פרדס חנה - כרכור און דעם קסריה אינדוסטריעלן פארק אין מזרח קיסריה. יעדע שעה פארן צוויי באנען אין
  • נתניה ספיר בא ן סטא נציע איז א ישראל באנען סטאנציע פאר באדינט די קרית ספיר אינדוסטריעלע זאנע אין דרום נתניה. מ האט געעפנט די סטאנציע דעם 5טן נאוועמבער
  • לאנד. דער הויפט פובליקער טראנספארט איז בוסן פון אגד און אנדערע פירמעס. ישראל באנען האט א באן סיסטעם וואס פארבינדט די שטעט. דער גרעסטער פלוגפארט איז בן גורין