ⓘ חפץ חיים

                                     

ⓘ חפץ חיים

דער חפץ חיים, רבי ישראל מאיר הכהן ‏ פון ראדין, איז געווען דער גרינדער פון דער ישיבה אין ראדין, פוילן, און איינער פון די גרינדער פון אגודת ישראל. ער האט פארפאסט די איינפלוסרייכע ספרים חפץ חיים און משנה ברורה, וואס זענען ברייט אויפגענומען אין דער יידישער וועלט, און נאך א סך ספרים.

                                     

1. יונגע יארן

ישראל מאיר איז געבוירן געווארן אין זשעטל, ליטע היינט בעלארוס, י"א שבט, התקצ"ט. ביי די צען יאר איז ער פאריתומט געווארן פון זיין פאטער. זיין מוטער האט חתונה געהאט א זיווג שני מיטן נאמען פאפקא. ווען ישראל מאיר איז געווען אלט 17 יאר האט ער חתונה געהאט מיט זיין שטיף-שוועסטער.

ער איז געווען א תלמיד פֿון ר נחוםקע פֿון הורודנא.

נאך דער חתונה האט ער געוואוינט אין ראדין, א שטעטל נישט ווייט פון ווילנע. שפעטער איז ער געווארן א ראש ישיבה אין וואשילשאק, ווילנער גובערניע; דארט פלעג ער עסן ביים ראש ישיבה, רבי יצחק הכהן קאפלאן. זיין געהאלט איז געווען 50 רובל א זמן.

א שטיק צײַט האט ער פֿארדינט זיין פרנסה פֿון א קלייט וואס ער האט געהאלטן, אבער שפעטער האט ער זי פֿארמאכט, זאגנדיג אז ער נעמט אוועק פרנסה פֿון די אנדערע סוחרים.

                                     

2. תורה און כלל-ארבעט

ער איז געווען פֿון די גדולי הדור און איז געווען איינער פֿון די מייסדים פֿון אגודת ישראל.

צווישן די ספרים וואס ער האט געשריבן זענען דער "חפץ חיים" וועגן די דינים פֿון לשון הרע, רכילות און מוציא שם רע און "שמירת הלשון" (וואס רעדט ארום די וויכטיגקייט פֿון געבן אכט אויף וואס מען רעדט ארויס. ווי אויך "ליקוטי הלכות" אויף די מסכתות אין סדרים זרעים און קדשים וואס האבן נישט קיין רי"ף.

ער האט אויך ארויסגעגעבן דעם באקאנטן "משנה ברורה" דער הלכה ספר וואס איז געווארן צאמגעקליבן דורך א שטאב כולל אינגעלייט אונטער זיין אנפירערשאפט, און געווידמעט זיין לעבן מען זאל נישט רעדן קיין לשון הרע שלעכטע רייד אויף אן אנדערן.

געווען א גרויסער עניו, און אליינס פארקויפט זיינע ספרים.

ער איז נפטר געווען אין ראדין אום כ"ד אלול התרצ"ג.

                                     

3. משפחה

פון זיין ערשטן זיווג:

  • אברהם – נפטר אין תרנ"ב, אין זיינע 20ער יארן.
  • שרה – ווייב פון הרב צבי הירש לעווינסאן, רעכטער האנט פונעם חפץ חיים אין דער ראדינער ישיבה
  • הרב אריה לייב הכהן פופקא
  • גיטל - ווייב פון הרב אהרן הכהן, מחבר הספר "עבודת הקרבנות".

פון זיין צווייטן זיווג:

  • הרב אהרן הכהן קאגאן – אין די 1940ער יארן איז ער געווען רב פון א שול אין מאנטרעאל, קאנאדע. אין 1945 איז ער אריבער קיין ניו יארק. נפטר אין תשי"ז. קיינמאל נישט חתונה געהאט.
  • הרב הלל זאקס, ראש ישיבה פון חברון און כנסת הגדולה
  • פייגא חיה – ווייב פון הרב מנחם מענדל זאקס.
                                     

4. ניו יארק טיימס ארטיקל

די ניו יארק טיימס צייטונג האט א טאג נאך דעם חפץ חייםס פטירה פארעפנטלעכט אן הספד אויף זייער הויפט זייט. צווישן אנדערע זאגן זיי אז ער איז געווען 105 יאר אלט.

                                     
  • חפץ חיים איז א פרומער קיבוץ לעבן גדרה, וואס איז געגרינדעט געווארן דעם 25טן אפריל 1944. ער איז די ערשטע זידלונג אויפגעשטעלט דורך פועלי אגודת ישראל, וואס
  • ה תקצ ח - הרב ישראל מאיר הכהן, מחבר פון חפץ חיים נפטר ה תרצ ג ה תשס ט - הרב נח וויינבערג, ראש ישיבה און גרינדער פון אש התורה
  • שפעטער צוריקגעקומען אין אמעריקע האט ער 25 יאר געדינט אלס משגיח אין ישיבה חפץ חיים אין קווינס פון רבי העניך לעבאוויטש. ער פלעג שטענדיק דאווענען שחרית מיט
  • אין זשעטל געווען 896. אין תרכ ט 1869 האט רבי ישראל מאיר הכהן, דער חפץ חיים אויפגעשטעלט זיין ישיבה אין ראדין. אין אקטאבער 1940 האבן די נאציס געזאמלט
  • און אין זיינע לעצטע יא רן אין ירושלים ער איז געווען א שוואגער פונעם חפץ חיים ער איז געווען א זון פון משה א הרן גרא סבא רד און בלומא הענא פון שא וול
  • אלול תשנ א 31סטן מאי 1910 - 20סטן אויגוסט 1991 איז געווען רב פון קיבוץ חפץ חיים גרינדער און פירער פונם בית מדרש פאר הלכה אין דער לאנדווירטשאפט זידלונג
  • 1930, האט ער פארברענגט א שבת מיט רבי ישראל מאיר הכהן דער חפץ חיים דאס באזוך ביים חפץ חיים האט געלאזט אויף אים א שטארקן איינדרוק, און ער האט פיל מאל
  • יוסף חיים הכהן יוסף חיים פון באגדאד יוסף חיים זאננפעלד יעקב חיים סופר ישראל חיים מנשה פריעדמאן משה חיים שמערלער חיים קען אויך באדײ טן: חפץ חיים חיה חיי
  • מנחת חינוך אויף ספר החינוך ה תרצ ג רבי ישראל מאיר הכהן פון ראדין דער חפץ חיים געב ה תקצ ט ה תרצ ו רבי דוב בער פרידמאן, טשארטקאווער רבי ה תשל ו
                                     

הויפט זייט/כ"ד אלול

התשל"ו -נפטר געווארן הרב יחזקאל אברמסקי, מחבר פון "חזון יחזקאל" התרצ"ג - נפטר געווארן רבי ישראל מאיר הכהן פון ראדין דער "חפץ חיים" געב התקצ"ט התרל"ח - געבוירן רבי ישראל פרידמאן, באיאנער רבי אין לייפציג התקס"א – געבוירן רבי יוסף באב"ד, טארנאפאלער רב, מחבר פון "מנחת חינוך" אויף ספר החינוך התרל"ד – נפטר געווארן רבי יוסף באב"ד, טארנאפאלער רב, מחבר פון "מנחת חינוך" אויף ספר החינוך התרצ"ו - נפטר געווארן רבי דוב בער פרידמאן, טשארטקאווער רבי