ⓘ ציוניזם

                                     

ⓘ ציוניזם

ציוניזם, פון נאמען "ציון", איז אן אידיאלאגיע וואס האלט אז אידן אין מאדערנע צייטן זאלן זיך אומקערן צו דאס היסטארישע לאנד פון די אידן, ארץ ישראל.

ציונות איז צושטאנד געקומען אין דער ענדע 19טע י"ה מיטן אנגעבליכן ציל, צו דינען אלס לייזונג אנטקעגן די ביטערע אנטיסעמיטיזם וואס אידן האבן געליטן איבער די וועלט, הויפטזעכליך אין מזרח אייראפע. אין יאר התרס"ג האט טעאדאר הערצל געשריבן זיין בוך דער יודענ-שטאט, אין וועלכע ער לייגט פאר זיין חלום פאר אן אידישעם לאנד מיט א פארגעשריטענע קולטור, זיך צו פארגלייכן צו דער צענטערס קולטור פון מערב אייראפע.

די ערשטע פארטרעגער פון ציונות האבן נישט אלע געצילט אויף דעם היסטארישן לאנד ארץ ישראל. עס זענען געווען אזעלכע וואס האבן געהאלטן אז עס וועט זיין גרינגער און פראקטישער צו גרינדן א לאנד אין שטחים פון אפריקע אדער דרום אמעריקע אין לאנד אוגאנדע. מיט דער צייט איז אבער געווארן אנגעשלאסן אין דער אידעע פון ציונות א שטארק רעליגיעזער עלעמענט, געטריבן דורך די אור אלטע אידישע בענקשאפט צו ציון. די פירערשאפט פון די ניי-געבוירענער שוועבונג האט איינגעזעהן אז נאר מיטן באטיילונג פון די רעליגיעזע ציונים וועט די שוועבונג האבן א קיום און א מעגליכקייט צושטאנד צוקומען, און דער פלאן פון בויען א לאנד ערגעץ אין אפריקע אדער דרום אמעריקע איז בטל געווארן.

רוב חרדישע אידן אין פוילן, אונגערן, און רוסלאנד זענען אין אלגעמיין געווען שטארק דערגעגן דער געדאנק פון ציונות. הויפטזעכליך אין דער התנגדות געווען צוליב זייער מיינונג אז די תורה ערלויבט נישט איינצונעמען ארץ ישראל פאר ביאת המשיח. אויך איז דער סעקולערער גייסט פון דעם שטרעמונג זיי געווען שטארק דערווידערדיג. די אגודת ישראל ארגאניזאציע אין פוילן, ר שמשון רפאל הירש ז"ל אין דייטשלאנד, און דער מונקאטשער רב, רבי חיים אלעזר שפירא דער בעל מנחת אלעזר, און דער סאטמארער רבי ר יואל טייטלבוים בעל ויואל משה, אין אונגערן האבן פילע ארטאדאקסישע רבנים שטארק געקעמפט קעגן ציונות.

דאס טרוים פון ציונות איז צושטאנד געקומען ה אייר התש"ח, מיט דער גרינדונג פון מדינת ישראל.

                                     
  • אנטי ציוניזם באדייט, אפאזיציע צו ציוניזם און מדינת ישראל, סיי ביי יידן סיי ביי גויים. דאס בליק פון פילע תורה - טרייע אידן אויף ציוניזם איז אז דער גאנצער
  • 1982 - צבי יהודה קוק, רב, ראש ישיבה און פון די פירער פונעם רעליגיעזער ציוניזם געב 1891 1992 - מנחם בעגין, דער זעקסטער פרעמיער מיניסטער פון מדינת ישראל
  • מיט זייער שטארקן קעגנזאץ צו ציוניזם וואס רבי יואל האט שטענדיק שטארק געשטורעמט קעגן דער גרינדונג און אידעאלאגיע פון ציוניזם די סאטמארער חסידים זענען בעיקר
  • נפטר ב - 1953 רב צבי יהודה קוק, ישראלדיקער ראש ישיבה, פירער פון רעליגיעזער ציוניזם נפטר 1982 1616 - מיגעל דע סערוואנטעס, שפאנישער שרייבער געב 1547 1850
  • באזעצען אין ארץ ישראל. רוב זענען געווען רוסישע משכילים, וואס נאך איידער ציוניזם איז געגרינדעט געווארן, האבן זיי איינגעזען, אז יידן האבן נישט קיין צוקונפט
  • ויואל משה און דברי יואל ברייט באקאנט מיט זיין שטייפע אפאזיציע צו ציוניזם און צו דער אגודת ישראל. האט ערפילט א צענטראלע שטעלע ביים צוריקשטעלן דעם
  • 15טן מערץ 1913 איז געווען א ציוניסטישער שרייבער, פון די אבות פון רעליגיעזן ציוניזם פון די באזעצער פון ישראל און א דענקער, מחבר פון ספר, ילדי רוחי.
  • אין רמת גן, געגרינדעט אין 1955 און געהייסן נא ך דעם פירער פון רעליגיעזן ציוניזם רבי מאיר בר - אילן. דער אוניווערסיטעט איז געגרינדעט צו העכערן דאס לערנען
  • ער האט זיך געצויגן קיין ניו יארק וואו ער איז ארומגעפאהרן אויפטון פארן ציוניזם צוערשט א ן ערפאלג. אבער דאן האט ער האט ארויסגעגעבן צוויי ביכער אויף יודיש
  • דיפ לא מא ט און א יידישער שרײ בער. ער איז דער ערפינדער פ ון פ א ליטישער ציוניזם און גרינדער פ ון דער אלװעלטלעכער ציוניסטישער באװעגונג. ער איז געבױרן געװא רן
  • געגרינדעם דעם מונקאטשער כולל אין ירושלים. ער איז געווען א שארפער קעגנער צו ציוניזם און השכלה. רבי צבי הירש איז נפטר געווארן דעם צווייטן טאג חול המועד סוכות
  • גינצברעג וואס איז געווען פון די הויפט דענקער פון ציוניזם און דער גרינדער פון דעם גייסטישן ציוניזם ער איז געבוירן געווארן אין דער שטאט סקווירא, אין
  • אויפן נאמען פון בנימין זאב הערצל, דער גרינדער פון מא דערנעם פ א ליטישן ציוניזם הערצלס קבר ליגט ביי דער שפ יץ פון דעם בערגל. יד ושם, ווא ס באצייכנט דעם