ⓘ רב

י אדר א

התקפ"ז שנה פשוטה - רבי יוסף ברוך הלוי עפשטיין, דער "גוטער ייד" פון ניישטאט התרל"ה – רבי אליקים כרמולי, מחבר פון אגודת אגדות, רב פון בריסל געבוירן התקס"ב

                                     

ⓘ רב

א רב לשון רבים: רבנים איז איינער וואס ווערט אויפגענומען אין א אידישע קהלה אלץ דער רעליגיעזער פירער. דער הויפט פונקציע פון א רב איז צו ענטפערן אויף פראגעס פון הלכה און צו פירן דעם געמיינדע אין אנדערע רעליגיעזע אנגעלעגנהייטן. פילע רבנים נעמען אויך א טייל אין אקטיווע קהלישע ענינים לטובת דעם ציבור.

                                     

1. קוואליפיקאציעס

ארטאדאקסן

אויף צו ווערן א רב אין אן ארטאדאקסישער קהלה פארלאנגט זיך צו זיין בקי אין רוב הלכות וואס זענען נוגע פאר א געווענליכע אידישע קהלה. דאס מיינט געווענליך די חלקים פון אורח חיים און יורה דעה פון שלחן ערוך, און אויך טיילן פון די אנדערע חלקים. א רב מוז אויך זיי טרעינירט צו קענען נאכקוקן און פארשטיין די הלכה אויף סיי וועלכן ענין עס זאל נאר אונטערקומען. אויף צו ווערן א רב פארלאנגט זיך געווענליך מען זאל האבן באקומען סמיכה אדער היתר הוראה פון אן אנגעזעהענעם רב אדער פוסק.

                                     

2. ראביי

נישט-ארטאדאקסן

ביי די נישט-ארטאדאקסן איז אפט דער דגוש מער אויף פירערשאפט טרענירונג און פראקטיק אין קהלה אנגעלעגנהייטן ווי איידער בקיאות אין הלכה. דארט אויך דארף אבער א רב האבן ברייטע ידיעות אין אידישקייט און אין אידיש-רעליגיעזע אנגעלעגנהייטן. ביי די נישט-ארטאדאקסישע איז די סמיכה נישט קיין טראדיציאנעלע, נאר וואס רופט זיך "ארדינעישען" פון אן אנגעזעהנעם שולע אדער רבנישע אקאדעמיע.

                                     

3. אויפגאבן

ביי ביידן, ארטאדאקסן און נישט-ארטאדאקסן, דארף א רב קענען פארלערנען און איבערגעבן תורה פאר זיין קהלה, מסדר זיין חופה וקידושין און גיטין, אפרעכטן בריתן, לוויות, און אנדערע רעליגיעזע באדערפענישן.

                                     

4. רבנים אין די היסטאריע

דער אויפגאבע פון א רב איז שוין איינגעפירט פילע הונדערטער יארן, אבער עס איז נישט קלאר ווען עס האט זיך אוועקגעשטעלט דער פאזיציע אין דעם היינטיגן זין. ביז די צייטן פון די ראשונים ווערט נישט געפונען דעם פאסטן, נאר א רב איז געווען איינער וואס האט זיך אפגעגעבן מיט לערנען תורה מיט תלמידים גלייכער צו א ראש ישיבה. שפעטער ערשט איז איינגעפירט געווארן אז א יעדער קהלה האט אויפגענומען א פערזאן וואס איז בקי אין תורה צו זיין דער אפיציעלער הלכה פיגור פאר דער קהלה.

עס זענען געווען פילע רבנים אין די אידישע היסטאריע וואס זענען געבליבן איינגעקריצט אין זכרון פונם פאלק אלץ הייליגע און פרומע מענטשן, גאונים און צדיקים, וואס זייער תורה ווערט געלערנט דור נאך דור און זייערע מעשים טובים ווערן פארהאלטן פאר אלע דורות אלץ מוסטערן פון וויאזוי א פרומער איד דארף זיך צו פירן.

                                     

5. ביי חסידים

ביי חסידים ווערט דער רבי, אדער אדמו"ר, פונם עדה אפטמאל באטיטלט אלץ רב. אין דעם פאל איז ער געווענליך נישט געשטעלט אויף צו ענטפערן געווענליכע פראגן אין הלכה נאר אויף צו פירן זיין קהלה אין די אויפגאבן פון א חסידישע רבי. זעה: אדמו"ר אין די פעלער איז געווענליך דא אן אנדערן רב אדער דיין געשטעלט אויף צו פסקענען געווענליכע הלכהשע ענינים. געווענליך איז אבער דער רבי/רב אויך טרענירט אין טראדיציאנעלע לימודים און האט סמיכה אדער היתר הוראה אויף צו פסקנען.

                                     
  • רב אבא, אדער ווי ער ווערט אנגערופן אין ש ס מיטן נאמן רב אדער אבא אריכא. ער האט געגרינדעט די ישיבה אין סורא. זיין פאטער האט געהייסן אייבו, ער שטאמט פון
  • האלבערשטאם ה תקנ ז - כ ה ניסן ה תרל ו רב אין צאנז, דער פארפאסער מחבר פון די ספרים דברי חיים באקאנט אלס דער צאנזער רב רבי חיים איז געבוירן אין יאר ה תקנ ז
  • רב ששת איז געווען אן אמורא. ער איז געווען א תלמיד פון רב הונא, א חבר פון רב חסדא. זיינע חברים זענען אויך געווען ר נחמן תוס גיטין לב. און רב יוסף תוס
  • רב מרי בר רחל איז געווען אן אמורא אין דעם דריטן דור. ער איז געווען דער זון פון רחל, זיין טאטע האט געהייסן איסור גיורא. רחל איז געווען די טאכטער פון שמואל
  • מר בר רב אשי, איז געווען אן אמורא, דער זון פון רב אשי, און ער האט ממשיך געווען זיין פאטער ס ארבעט מסדר זיין די גמרא פון תלמוד בבלי. אויף אים איז דא דער
  • דער עצי חיים דער לעצטער רב פון סיגעט פארן קריג. זי איז געשטארבן א יאר נאך איר חתונה ווען ר יואל איז געווען קראלער רב זי ליגט אין סיגעט. די עלסטע
  • ערשטער באבאווער רב וואס איז א אפצווייג פון דער צאנזער דינאסטיע. דער ערשטער באבאווער רבי שלמה האלבערשטאם, איז געווען אן אייניקל פונעם צאנזער רב נאך זיין פטירה
  • יידן אין בבל זענען איינגעזעצט: דער ראש הגולה - הונא מרי בר מר זוטרא, רב אמימר בר רב ינוקא און משרשיא בר פקוד. שפעטער האט מען זיי געהרגעט. ה תרכ ו רבי
  • רב האי גאון ד תרצ ט - ד תשצ ח איז געווען א זון פון רב שרירא גאון, ער איז געווען דער לעצטער פאררעכענט צו ווערן אלס גאון. ער איז געווען דער ראש ישיבה
  • רבי יעקב ב ר אברהם, רב אין זשמיגראד ה תצ ז - רבי אלכסנדער סענדער שור, מחבר פון תבואות שור ה תקע ו - רבי יצחק ב ר יקותיאל רב פון פעלשטיין ה תקפ ו
  • ניקאלשבורגער רב מחבר פון שלום ירושלים ה תש א - רבי סיני האלבערשטאם, זשמיגראדער רב ה תשס ה - הרב שלמה זאב צווייגענהאפט, ראש השוחטים פון פוילן און רב פון האנאווער