ⓘ גייסט וויסנשאפט

גייסט וויסנשאפט

גייסט וויסנשאפט איז אן אקאדעמישע קלאסיפיקאציע וואס פארנעמט זיך מיט גייסטלעכע וויסנשאפטן וואס זיינען נישט לאגיש און מען קען דאס נישט פיזיש אנטאפן. די קלאסיפיקאציע אנטהאלט פילאסאפיע, ליטעראטור, היסטאריע, קולטור, שפראכן, מוזיק, קונסט און די וויזועלע און פארשטעלונג קונסטן. דער נאמען "גייסט וויסנשאפט" קומט פון דייטשיש Geisteswissenschaft, ווי מהאט גערופן די סוביעקט אין די דייטשע אוניווערסיטעטן ביי דער אויפקלערונג.

קלאסיק

קלאסיק באדייט די שטודיע פון דער גייסט וויסנשאפט פון גריכנלאנד און רוים אין די אוראלטע צייטן, צווישן די יארן 600- ביז 600. מיינט אז עס איז אריין אין דער גאס אלס אנגענומענער און מערסטענס אויפגעכאפטער זאך אין א געוויסע צייט.

וויסנשאפט

װיסנשאַפֿט איז די שטודיע און וויסן פון נאטור, דעם אוניווערס און דעם מענטשלעכן קערפער דורך אן אנגענומענעם וועג פון לערנען. אין אלגעמיין האט וויסנשאפט צו טאן מיט פארשן, ווייל דורכן פארשן דערוווסט מען זיך זאכן. דער וואס פארנעמט זיך מיט וויסנשאפט הייסט א וויסנשאפטלער, און דער וואס פארשט הייסט א "פארשער". עס איז דא צוויי ערליי סיבות פארוואס א מענטש פארשט, איינע קומט פון א נאטירלעכע נייגעריקייט וואס א מענטש אינטרעסירט זיך צו פארשטיין און ארויס האבן ווי יעדע זאך איז צוזאמגעשטעלט, און נאך א סיבה, איז כדי צו אנטוויקלען און אויפצוטאן פאר דער וועלט אין אלערליי ענינים וו.צ.ב.ש. באשאפן נייע מעדיצינען א ...

היסטאריע

היסטאריע אדער געשיכטע איז די שטודיע אדער סתם א דערציילונג איבער דעם מענטשנס לעבנסשטייגער אין דער פארגאנגענהייט. די געשיכטע איז געהיטן געווארן איבערהויפט דורך געשריבענע ביכער, צייטונגען און בריוו. די וואס שטודירן היסטאריע הייסן היסטאריקערס. דער טערמין היסטאריע קען זיך אויך באציען צו די עפאכע אין די פארגאנגענהייט פון וועלכער מיר האבן רעקארדירטע שרייבונגען, אין קעגנזאץ צו די פרעהיסטארישע עפאכעס ווען די חכמה פון שרייבן איז נאך נישט געווען באקאנט. אלע פאסירונגען וואס זענען געשריבן אדער געהיט אין וואסארא פארמאט געהערן צו דער היסטארישער באשרייבונג. אמאל האט מען פארעכנט היסטאריע אין די גייסט וויסנ ...

מארטין בובער

מארטין בובער איז געווען א פארשער און דענקער, און מחנך. בעיקר האט ער זיך באשעפטיקט מיט גייסט וויסנשאפט, סאציאל וויסנשאפט, און חסידות. ווי אויך האט ער איבערגעטייטשט דעם תנ"ך צו דייטשיש. בובער האט אנגעהערט צו דעם רוחניותדיקן ציוניזם, וועלכע איז געגרינדעט געווארן דורך אחד העם. ער איז געווען א גרויסער שטיצער, פון א ביי נאציאנאל לאנד, פון יידן און פאלעסטינער. ער איז געווען א סאציאליסט, און פלעגט אייביק ארונטעררייסן די ישראל רעגירונג, פארן נישט זיין גענוג סאציאליסטיש, ער איז אויך געווען אנגעשטעקט מיט אנארכיסטישע מיינונגען, ווי עס דערקענט זיך אין זיינע שריפטן. זיין פאמיליע איז געווען א רעליגיעזע, ...

קולטור

קולטור איז די שרייבאכצער פון ביכער און צייטונגען פון דער געזעלשאפט, וואס דארטן ווערט באוויזן איר וויסנשאפט. זי קאטעגאריזירט אויך די קונסט און ערפינדונגען און רעליגיע אלעס לויט מיט וואס די געזעלשאפט געבט זיך אפ. דער עצם שטאנד פון קולטור מיינט צו זאגן לעבנסשטייגער. לויט די אנטראפאלאגן איז קולטור צוזאמענגעשטעלט פון וויסן, גלויבן, קינסטלעכקייט, עטיק, פירעכץ און די אלע געוואוינהייטן וואס א מענטש באקומעט זייענדיק א טייל פון דער געזעלשאפט. הויכע קולטור האט צו טון מיט א געפיל פאר קונסט און די גייסט וויסנשאפטן.

בעלא שאגאל

בעלא ראזנפֿעלד שאַגאַל, איז געווען א שרייבערקע אויף יידיש, און די ווייב פון מארק שאגאל. בעלא שאגאל איז געווען דער סוביעקט פון א סך פון איר מאנס בילדער.

בר אילן אוניווערסיטעט

בר אילן אוניווערסיטעט העברעיִש: אוניברסיטת בר-אילן איז אַ פובליקער אוניווערסיטעט באזירט אין רמת גן, געגרינדעט אין 1955 און געהייסן נאָך דעם פירער פון רעליגיעזן ציוניזם, רבי מאיר בר-אילן. דער אוניווערסיטעט איז געגרינדעט צו העכערן דאס לערנען פון ייִדיש שטודיום און אַלגעמיינע וויסנשאַפֿט דורך דער שטעלונג פון "תורה עם דרך ארץ" אינעם גייסט פון ארטאדאקסאלער יידישקייַט. בר אילן איז די צווייטע גרעסטע אקאדעמישע אינסטיטוציע אין ישראל.

דיאלעקטיק

דיאַלעקטיק איז א באגריף אין מערבדיקער פילאסאפיע וואס דינט צו שילדערן פארשידענע מעטאדן צוצוקומען צום אמת אדער צו שילדערן די אנטוויקלונג אין דער וועלט פון גייסט אדער מאטעריע אדער ביידע צוזאמען. דער פארשפרייטסטער זינען פונעם ווארט דיאלעקטיק איז די אנטוויקלונג פון א לייזונג צו א קאנפליקט. לויט העגל אנטוויקלט די היסטאריע פון דער וועלט דורך דיאלעקטיק. ער האט אוועקגעשטעלט דריי פרינציפן: די וועלט ענדערט זיך נישט אין קרייזן נאר אין ספיראלן. ביסלעכווייז קומט צו א פונקט וואו איין קראפט הערשט איבער דער קעגנארטיקער קראפט. אלץ שטאמט פון קעגנארטיקע צדדים.

תל אביבער אוניווערסיטעט

דער תל אביבער אוניווערסיטעט איז דער גרעסטער אוניווערסיטעט אין ישראל. אין 1994 האבן דארט שטודירט 29 טויזנט סטודענטן. ער איז געגרינדעט געווארן דעם 6טן יוני 1956. אין תל-אביב אוניווערסיטעט איז טעטיק די פאלגנדערע ניין פאקולטעטן: יוריספרודענץ גייסט וויסנשאפטן נאטור-וויסנשאפטן אדמיניסטראציע סאציאלע-וויסנשאפטן קונסט פינקטלעכע וויסנשאפטן אינזשעניריע מעדיצין דער קאמפוס פונעם אוניווערסיטעט געפינט זיך אין רמת אביב אין צפון תל אביב.

קאמוניזם

קאָמוניזם איז א טעאָריע און סיסטעם פון סאָציאַלער און פּאָליטישער אָרגאַניזאַציע, וועלכע איז געווען א הויפּט–קראַפט אין דער וועלטלעכער פּאָליטיק דורכאויס רוב יאָרן פונעם 20טן יאָרהונדערט. אַלס אַ פּאָליטישע באַוועגונג האָט קאָמוניזם געזוכט אונטערצואוואַרפן קאַפּיטאַליזם דורך אַן אַרבעטער–רעוואָלוציע און אײַנשטעלן אַ סיסטעם אין וועלכער די שאַפונגס־מיטלען זאָלן געהערן צו דער גאַנצער באַפעלקערונג אַנשטאָט זײַן דער אייגנטום פון יחידים. אין טעאָריע האָט קאָמוניזם געזוכט צו גרינדן א קלאַסלאָזיקע געזעלשאַפט פון צופרידנהייט און פרײַהייט, אין וועלכער אלע מענטשן געניסן זייער סאָציאלן און עקאָנאָמישן ...

עוואלוציע

ביאָלאָגישע עוואָלוציע איז דער פראָצעס פון בהדרגהדיקער פארענדערונג פון אָרגאניזמען מיט דער צייט. דער פועל־יוצא און די הויפט־ראיה פון עוואָלוציע איז די פיל־מיניקייט פון אלע ביאָלאָגישע סיסטעמען: פון ביאָלאָגישע מאָלעקולען צו איינצעלנע אידיווידן און פאָפולאציעס פונעם זעלבן זגאל און צו זגאלן. די טעאָריע פון עוואָלוציע איז א וויסנשאפטלעכע דיסציפלין וואָס באשעפטיקט זיך מיט דער פאָרשונג פון די פאקטאָרן און מעכאניזמען פון עוואָלוציע. די טעאָריע פון עוואָלוציע איז די אנגענומענע ערלקלערונג פאר די ערשיינונג פון קאמפליצירטע לעבן פארעמס צווישן וויסנשאפטלער.

                                     

ⓘ גייסט וויסנשאפט

  • גייסט וויסנשאפט איז אן אקאדעמישע קלאסיפיקאציע וואס פארנעמט זיך מיט גייסטלעכע וויסנשאפטן וואס זיינען נישט לאגיש און מען קען דאס נישט פיזיש אנטאפן. די קלאסיפיקאציע
  • קלאסיק באדייט די שטודיע פון דער גייסט וויסנשאפט פון גריכנלאנד און רוים אין די אוראלטע צייטן, צווישן די יארן 600 - ביז 600. מיינט אז עס איז אריין אין דער
  • היסטאריע אין די גייסט וויסנשאפט קלאסיפיקאציע, אבער אין דער מאדערנער אקאדעמיע ווערט דאס מער און מער היינט פארעכנט אין די סאציאל וויסנשאפט קלאסיפיקאציע, איבערהויפט
  • פארשער און דענקער, און מחנך. בעיקר האט ער זיך באשעפטיקט מיט גייסט וויסנשאפט סאציאל וויסנשאפט און חסידות. ווי אויך האט ער איבערגעטייטשט דעם תנ ך צו דייטשיש
  • פון ביכער און צייטונגען פון דער געזעלשאפט, וואס דארטן ווערט באוויזן איר וויסנשאפט זי קאטעגאריזירט אויך די קונסט און ערפינדונגען און רעליגיע אלעס לויט מיט
  • גימנאזיע און איז אויפגענומען געווארן צו שטודירן אין דער פאקולטעט פון גייסט וויסנשאפט אין מאסקווער אוניווערסיטעט, וואו זי האט געענדיקט אירע שטודיעס אין 1914
  • און א לגעמיינע וויסנשא פ ט דורך דער שטעלונג פון תורה עם דרך ארץ אינעם גייסט פון ארטאדאקסאלער יידישקיי ט. בר אילן איז די צווייטע גרעסטע אקאדעמישע אינסטיטוציע
  • מעטאדן צוצוקומען צום אמת אדער צו שילדערן די אנטוויקלונג אין דער וועלט פון גייסט אדער מאטעריע אדער ביידע צוזאמען. דער פארשפרייטסטער זינען פונעם ווארט דיאלעקטיק
  • וויסנשאפטן אינזשעניריע נאטור - וויסנשאפטן סאציאלע - וויסנשאפטן אדמיניסטראציע גייסט וויסנשאפטן יוריספרודענץ קונסט מעדיצין דער קאמפוס פונעם אוניווערסיטעט געפינט